Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




טיטוס בריוו 3:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר. עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




טיטוס בריוו 3:14
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן.


יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים.


און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.


אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.


זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים.


דעריבער ווען איך וועל האבן געענדיקט דאס דאזיקע, און האבנדיק פארחתמעט פאר זיי די דאזיקע פרוכט, וועל איך דורכרייזן אייער לאנד קיין שפאניען.


זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט.


אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.


אז אפילו אין טעסאלאניקא האט איר מיר געשיקט איינמאל און א צווייטמאל פאר מיינע באדערפענישן.


נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון.


צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט;


א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז.


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


ווארום ווען די דאזיקע זאכן זענען פאראן ביי אייך און פארמערן זיך, לאזן זיי אייך נישט ווערן פויל און נישט אומפרוכטבאר אין דער דערקענטעניש פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ