12 ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן.
און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.
ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן.
און כדי אויך איר זאלט וויסן וואס מיט מיר געשעט און וואס איך טו, וועט טיכיקוס, דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת אינם האר, אייך אלץ צו וויסן טאן.
אלץ, וואס מיך באטרעפט, וועט טיכיקוס דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת און מיין מיטקנעכט אינם האר אייך צו וויסן טאן,
טיכיקוסן אבער האב איך אוועקגעשיקט קיין עפעזוס.
^אייל דיך צו קומען פאר דעם ווינטער. עס געבן דיר אפ שלום עוובולוס און פודענס און לינוס און קלוידא און אלע ברידער.
^אייל דיך באלד צו קומען צו מיר;