Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




טיטוס בריוו 3:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 וויסנדיק, אז אזעלכער איז פארקערט און זינדיקט, און איז פון זיך אליין פאראורטיילט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




טיטוס בריוו 3:11
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט;


די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.


דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.


און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).


אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן,


און האט געשריבן א בריוו, אויף דעם אופן:


מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;


דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער.


וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.


און זיך נישט האלטן צו יידישע לעגענדעס און מצוות פון מענטשן, וועלכע קערן אפ פון דעם אמת.


ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ