8 א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים.
און עס איז צוגעקומען איינער פון די סופרים, האבנדיק זיך צוגעהערט צו זייער וויכוח, ווייל ער האט געוואוסט, אז ער האט זיי וואויל געענטפערט, האט ער אים געפרעגט! וועלכעס איז דאס ערשטע געבאט פון אלע?
און דער סופר האט צו אים געזאגט: וואויל, רבי! דו האסט ווארהאפטיק געזאגט, אז ה׳ איז איינער; און עס איז נישט פאראן קיין אנדערער אחוץ אים;
און יהושע/ישוע האט געזען, אז ער האט שכלדיק געענטפערט, האט ער צו אים געזאגט: דו ביסט נישט ווייט פון דעם קעניגרייך פון ה׳! און קיינער האט מער נישט זיך אונטערגעשטעלט אים צו שטעלן קשיות.
און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.
און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען.
איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן;
אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים,
און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר. עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר.
פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.
ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן;
האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח.