Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




טיטוס בריוו 2:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 זאלן זיין מיט שליטה איבער זיך, צניעות, לויטער, אכטונג געבן אויפן הויז, גוט, אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער, כדי ה׳ס ווארט זאל נישט געלעסטערט ווערן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




טיטוס בריוו 2:5
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.


און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.


זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג;


ווארום ה׳ס נאמען ווערט דורך אייך געלעסטערט צווישן די פעלקער, אזוי ווי עס שטייט געשריבן. (ישעיהו נב, ה.)


איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳.


אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט.


דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.


איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר.


וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים.


אלע, וואס זענען קנעכט אונטערן יאך, זאלן באטראכטן זייערע הארן ווי ראוי פון יעדן כבוד, כדי ה׳ס נאמען און די לערנונג זאלן נישט געלעסטערט ווערן.


כדי זיי זאלן מאכן די יונגע פרויען פארשטענדיק, ליב צו האבן זייערע מענער, ליב צו האבן זייערע קינדער,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ