7 ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;
ווער זשע איז דער געטרייער און קלוגער קנעכט, וועמען דער האר האט געזעצט איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די שפייז אין דער ריכטיקער צייט?
און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?
און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט;
פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים:
דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן;
אז די זקנות זאלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פאסט פאר קדושה, נישט רעדן קיין רכילות, נישט זיין פארשקלאפט צו א סך וויין, נאר לערערינס פון גוטס;
דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;
פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט;
און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן;