Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




טיטוס בריוו 1:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און אין דער געהעריקער צייט אנטפלעקט זיין ווארט אין דעם אויסרופן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן לויט א געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער—

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




טיטוס בריוו 1:3
39 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!


און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן.


און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.


עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר, און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,


דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—


און האט פון איין בלוט געמאכט אלע מענטשלעכע פעלקער, צו וואוינען אויף דער גאנצער אייבערפלאך פון דער ערד, באשטימענדיק פעסטגעזעצטע צייטן און די גרענעצן פון זייער וואוינונג;


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,


איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;


ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים.


ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט.


ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ,


כדי אין דער פארוואלטונג פון דער פולקייט פון די צייטן איינצוזאמלען אינם משיח אלץ, וואס איז אויף די הימלען און אויף דער ערד;


און איז געקומען און מבשר געווען שלום צו אייך, די ווייטע און שלום צו אייך, די נאנטע;


אזוי, אז מיינע קייטן צוליב משיחן זענען אנטפלעקט געווארן אין דעם גאנצן פרעטאריום און אין אלע אנדערע (ערטער);


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער.


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע לויט דעם געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער, און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האפענונג,


לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.


דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל,


ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים.


דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


נישט גנבענען, נאר ארויסווייזן יעדע גוטע געטריישאפט, כדי זיי זאלן באצירן די לערנונג פון ה׳ אונדזער רעטער אין אלעם.


און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,


און דער, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן, האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד; און די ערד איז געשניטן געווארן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ