11 וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.
וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
ווארום זיי האבן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפעס צו פרעגן.
דער געדונגענער, און דער, וואס איז נישט קיין פאסטוך, צו וועמען עס געהערן נישט די שאף, זעט דעם וואלף קומען, און פארלאזט די שאף, און אנטלויפט; און דער וואלף פארצוקט און צעשפרייט זיי;
מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;
אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא.
און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט.
אויב אבער א געוויסע אלמנה האט קינדער אדער אייניקלעך, זאלן זיי קודם כל לערנען צו זיין ג‑טספארכטיק אין זייער אייגן הויז און אפצוצאלן גוטס צו די עלטערן; ווארום דאס דאזיקע איז אנגענומען פאר ה׳.
וויכוחים פון מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד און וואס עס פעלט זיי דער אמת, וועלכע מיינען, אז יראת שמים איז א מיטל צום געווין.
וועלכע האבן אפגענייגט פון דעם אמת, זאגנדיק, אז עס איז שוין געווען תחית המתים; און קערן איבער די אמונה פון אייניקע.
ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות,
ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;
וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.
א מענטשן וועלכער ברענגט אריין כיתות, מייד אויס נאך אן איינמאליקער אדער צוויימאליקער ווארנונג,