Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 9:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 9:5
45 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.


און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)


דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?


איך און דער פאטער זענען מיר איינס.


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.


וועלכע האבן פארביטן דעם (דרך ה׳) אמת פון ג‑ט מיט א שקר און פארערט און געדינט דאס באשאפענע אנשטאט דעם באשעפער, הקדוש ברוך הוא לעולמים. אמן.


וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש,


ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים;


וואס שייך דער בשורה טובה, זענען זיי שונאים צוליב אייך, אבער וואס שייך דער בחירה זענען זיי געליבטע צוליב די אבות.


ווייל ווען דו מאכסט א ברכה מיטן גייסט, וויאזוי וועט דער, וועלכער פארנעמט דאס ארט פון א נישט געלערנטן, זאגן אמן אויף דיין ברכה? ער ווייסט דאך נישט וואס דו זאגסט.


דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר.


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים,


געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה;


אבער ער, צוליב דעם וואס ער בלייבט אויף אייביק, האט א כהונה אומפארענדערלעך.


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.


איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.


דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!


און די פיר חיות האבן געזאגט: אמן! און די זקנים זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ