Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 9:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 9:30
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום מיטן הארץ גלויבט מען צו צדקות (ישעיהו נג, יא; בראשית טו, ו.), און מיטן מויל איז מען מודה צו ישועה.


ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.)


אבער די צדקות פון אמונה זאגט אזוי: זאג נישט אין דיין הארצן, ווער וועט ארויפגיין אין הימל אריין? דאס הייסט, אראפצוברענגען משיחן,


אויב אבער אונדזער רשעות ווייזט אויף די צדקות פון ה׳, וואס וועלן מיר זאגן? אז ה׳ איז אומגערעכט, ברענגענדיק צארן? איך רעד ווי א מענטש.


און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט;


ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה.


דערפאר איז עס אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט.


צי איז דען די דאזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמלטן אליין אדער אויך פאר דעם נישט געמלטן? ווארום מיר זאגן דאך, אז אברהמען איז דער גלויבן פאררעכנט געווארן אלס גערעכטיקייט.


זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,


וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז ביי ה׳ גיבט אומגערעכטיקייט? חס ושלום!


און ישראל, נאכפאלגנדיק א תורה פון צדקות, האט צו דער תורה נישט דערגרייכט.


און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן.


אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציער פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה.


און ווייל דער פסוק האט פארויסגעזען, אז ה׳ וועט גערעכטפערטיקן די אומות (העולם) דורך אמונה, האט ער פארויס אנגעזאגט די בשורה צו אברהמען: אין דיר וועלן געבענטשט ווערן אלע פעלקער. (בראשית יח, יח; יב, ג.)


ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפענונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה.


אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט.


און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה;


דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.


דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.


ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ