3 איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;
ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.
ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.
און זיי האבן צו אים געזאגט: נישט מיר האבן דערהאלטן בריוו פונם (לאנד) יהודה וועגן דיר, נישט איז עמיצער פון די ברידער געקומען, וועלכער האט דערציילט אדער געזאגט עפעס שלעכטס אויף דיר.
וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש,
איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין.
אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי.
גיט אפ שלום מיין קרוב העראדיאן. גיט אפ שלום די פון דעם הויזגעזינד פון נארציסוס, וואס זענען אינם האר.
טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום.
גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר.
אז מיין טרויער איז גרויס און דער יסורים אין מיין הארצן אָן אן אויפהער.
דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.
אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.
איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?
נאר אפילו ווען מיר (אליין), אדער א מלאך פון הימל, זאל אייך אנזאגן א בשורה אויסער דער, וואס מיר האבן אייך אנגעזאגט, זאל ער זיין אין חרם.
אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם.
ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)
משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)
איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח;