29 און ווי ישעיה האט געזאגט פריער: אויב דער האר צבאות וואלט אונדז נישט איבערגעלאזט זאמען, וואלטן מיר געווארן ווי סדום, און גלייך געווארן צו עמורה. (ישעיהו א, ט.)
זע, דער לוין פון די ארבעטער, וועלכע האבן איינגעזאמלט דעם שניט פון אייערע פעלדער, (דער לוין), וועלכער איז פון אייך צוריקגעהאלטן, שרייט; און די געשרייען פון די שניטער זענען אריינגעקומען אין די אויערן פון דעם האר, (דעם ג‑ט פון) צבאות.
און מאכנדיק צו אש די שטעט סדום און עמורה, האט ער זיי געמשפט מיט אן איבערקערונג, זעצנדיק זיי אלס א ביישפיל פאר רשעים להבא;
ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.