25 ווי ער זאגט אויך אין הושע: איך וועל רופן דאס, וואס איז נישט מיין פאלק, מיין פאלק, און די נישט געליבטע, געליבטע.
ווארום דער פאטער אליין האט אייך ליב, ווייל איר האט מיך ליב, און גלויבט, אז איך בין ארויסגעקומען פון ה׳.
צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
(אייך), וואס איר זענט אמאל נישט געווען קיין פאלק, איצט אבער זענט איר ה׳ס פאלק; וואס אמאל האט איר נישט באקומען קיין רחמים, איצט אבער האט איר יא באקומען רחמים. (הושע ב, כה.)