24 וועלכע ער האט אויך גערופן, (נעמלעך) אונדז, נישט נאר פון יידן נאר אפילו פון נישט יידן?
ברידער, הערט זיך צו צו מיר; שמעון האט (אונדז) דערציילט, וויאזוי ה׳ האט צום ערשט געבליקט, צו נעמען פון צווישן די אומות (העולם) א פאלק צו זיין נאמען.
ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים;
יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.
עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.
וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,
און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.
און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳.