און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)
אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע,
צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפענונג פון הערלעכקייט;