13 ווי עס שטייט געשריבן: יעקבן האב איך ליב געהאט, אבער עשיון האב איך געהאסט. (מלאכי א, ב-ג.)
ווער עס האט ליב פאטער אדער מוטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט; און ווער עס האט ליב זון אדער טאכטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט.
צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
אויב עמיצער קומט צו מיר און האסט נישט זיין פאטער און מוטער און דאס ווייב און די קינדער און די ברידער און די שוועסטער, און דערצו אויך זיין אייגן לעבן, קען ער נישט זיין מיין תלמיד.
דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן.