1 איך זאג דעם אמת אינם משיח, איך זאג נישט קיין שקר, מיין געוויסן זאגט מיר עדות דורך דעם רוח הקודש,
ווארום ה׳, וועמען איך דין אין מיין גייסט אין דער בשורה טובה פון זיין זון, איז מיין עדות ווי איך דערמאן אייך אָן אויפהער
זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק;
אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער.
אז מיין טרויער איז גרויס און דער יסורים אין מיין הארצן אָן אן אויפהער.
ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.
איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.
אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא.
דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר.
שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג.
וואס אבער איך שרייב צו אייך, אָט פאר ה׳, אז איך זאג נישט קיין שקר.
ווארום ה׳ איז מיין עדות, ווי איך בענק נאך אייך אלעמען אין דער בארמהארציקייט פונם משיח יהושע/ישוע.
ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות;
דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;
פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.
איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט.