5 ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן.
ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן!
דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט.
אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
ווי דער ערדישער איז, אזוי זענען אויך די ערדישע; און ווי דער הימלישער איז, אזוי זענען אויך די הימלישע.
דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן.
ווארום הגם מיר לעבן אינם פלייש, פירן מיר דאך נישט מלחמה לויטן פלייש;
ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט.
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן;