Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 8:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 8:4
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער.


דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה?


צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.


איך בעט, אז ווען איך וועל זיין אנוועזנד, זאל איך נישט מוזן זיין מוטיק מיט דעם בטחון, מיט וועלכן איך האב בדעה ארויסצוטרעטן קעגן אייניקע, וואס באטראכטן אונדז ווי מיר וואלטן לעבן לויטן פלייש.


ווארום הגם מיר לעבן אינם פלייש, פירן מיר דאך נישט מלחמה לויטן פלייש;


איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.


האט ער איצט שלום מאכן אין דעם גוף פון זיין פלייש דורך דעם טויט, כדי אייך פארצושטעלן פאר אים הייליק און אָן א מום און אומשולדיק;


צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים,


געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.


און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד,


און אין זייער מויל איז נישט געפונען געווארן קיין שקר; ווארום זיי זענען אָן א מום.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ