Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 8:29 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

29 ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 8:29
36 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת ווער עס וועט טאן דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל, דער זעלביקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער!


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.


און דעמאלט וועל איך מודה זיין פאר זיי: איך האב אייך קיינמאל נישט געקענט; אוועק פון מיר, איר, וואס טוט רשעות.


זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.


און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת.


און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.


ה׳ האט נישט פארווארפן זיין פאלק, וועלכעס ער האט געקענט פון פריער. אדער צי ווייסט איר נישט, וואס דער פסוק זאגט וועגן אליהו, ווען ער ווענדט זיך צו ה׳ קעגן ישראל, זאגנדיק:


נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.


און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד,


און ווי מיר האבן געטראגן דאס געשטאלט פון דעם ערדישן, אזוי וועלן מיר אויך טראגן דאס געשטאלט פון דעם הימלישן.


נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן;


ווער אבער עס האט ליב ה׳, דער איז פון אים דערקענט.


און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.


אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געווארן יורשים, פארויס באשטימט לויט דער כוונה פון אים, וואס ווירקט אלץ לויט דער עצה פון זיין רצון;


און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.


וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.


און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער;


וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,


דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען.


לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.


וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,


געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.


און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ