Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 8:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 און דער, וואס פארשט די הערצער, ווייסט דאס טראכטן פונם גייסט, ווייל ער איז זיך משתדל פאר די קדושים לויט ה׳ס רצון.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 8:27
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעריבער זייט נישט גלייך ווי זיי! מחמת ה׳, אייער פאטער, ווייסט וואס איר באדארפט, איידער איר בעט אים.


און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.


און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון.


צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.


און האבן תפילה געטאן און געזאגט: דו, אָ האר, וואס ווייסט אלעמענס הערצער, ווייז וועלכן דו האסט אויסדערוויילט פון די דאזיקע צוויי,


און ה׳, וועלכער קען די הערצער, האט מעיד געווען צו זיי, געבנדיק זיי דעם רוח הקודש פונקט אזוי ווי אויך אונדז;


ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז.


ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום;


ווייל דורך אים האבן מיר, די ביידע, דעם צוטריט אין איין גייסט צום פאטער.


נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער.


און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.


זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.


און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ