Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 8:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 8:13
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואס פאר א פרוכט האט איר דען דעמאלט געהאט? זאכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט; ווייל דער סוף זייערער איז דער טויט.


ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.


ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט.


צוליב דעם, ברידער, זענען מיר בעלי חוב, נישט צום פלייש, צו לעבן לויטן פלייש;


נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.


די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.


ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן.


אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות,


און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.


און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט;


און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ