24 אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך באפרייען פונם גוף פון דעם דאזיקן טויט?
וואויל איז די טרויערנדיקע; ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט; ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,
וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד;
ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן.
ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף.
און אויף אזא אופן קומט אונדז אויך דער גייסט צו הילף אין אונדזער שוואכקייט; ווייל מיר ווייסן נישט וויאזוי תפילה צו טאן ווי עס געהער צו זיין, נאר דער גייסט אליין, איז א מליץ יושר פאר אונדז מיט אומאויסדריקבארע זיפצן;
אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח;
דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן.
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.