22 ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳;
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.
נאר א ייד איז דער, וואס איז אינערלעך אזעלכער, און מילה איז אינם הארצן לויטן גייסט, נישט לויט דעם אות, וועמעס לויב איז נישט פון מענטשן, נאר פון ה׳.
ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט;
דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג.
אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט;
זאגט נישט קיין שקר איינס דעם אנדערן, ווייל איר האט אויסגעטאן (פון זיך) דעם אלטן מענטשן מיט זיינע מעשים,
ווארום דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט): איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד, און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן; און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.
נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳.