2 ווארום די פארהייראטע פרוי איז מן התורה געבונדן צום מאן ביים לעבן; ווען אבער דער מאן שטארבט, איז זי פטור פונם געזעץ פון מאן.
דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן.
איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות.
א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר.
די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי.