17 און איצט בין איך עס מער נישט, וואס טוט דאס, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
ווארום איך ווייס, אז אין מיר, דאס הייסט אין מיין פלייש, וואוינט נישט קיין שום גוטס; ווייל ביי מיר איז פאראן דער רצון, אבער דאס ווירקן דאס גוטע—נישט.
אבער אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, ווירק איך עס נישט מער, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים.
ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט.