9 וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים.
דאך האט דער טויט געקעניגט פון אדמען ביז משהן אויך אויף די, וואס האבן נישט געזינדיקט ענלעך צו דער עבירה פון אדם, וועלכער איז א פארבילד פון אים, וואס האט געזאלט קומען.
ווארום שטארבנדיק, איז ער געשטארבן צו דער זינד איינמאל פאר אלעמאל, אבער לעבנדיק, לעבט ער צו ה׳.
ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן.
וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן;
פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.
און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.