18 און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות.
דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,
און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען.
דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי.
ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן.
ווארום דער ניפטר איז גערעכטפערטיקט פון דער זינד.
ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.
אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט.