Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 5:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט דורך זיין בלוט (כפרה), וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך אים פונם צארן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 5:9
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.


ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט;


זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,


ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן;


אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע.


און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט.


איצט אבער אינם משיח יהושע/ישוע איר, וואס זענט אמאל געווען ווייט, זענט געווארן נאענט דורך דעם (כפרה) בלוט פון דעם משיח.


צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—


און צו דערווארטן זיין זון פון הימל, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע, יהושען/ישוען, וועלכער איז אונדז מציל פון דעם צארן, וואס קומט.


אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?


און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג.


ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ