3 און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות;
דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס!
און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.
נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן.
און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף.
און נישט נאר דאס, נאר רבקה ווען זי איז מעוברת געווארן פון איינעם, יצחק אבינו—
ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד;
נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג,
דערפאר בעט איך מיך ביי אייך, איר זאלט נישט אנטמוטיקט ווערן דורך מיינע צרות פאר אייערטוועגן, וועלכע זענען א כבוד פאר אייך.
ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים;
וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן;