Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 5:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 ווארום אזויווי דורך דער ווידערשפעניקייט פון דעם איינעם מענטשן זענען א סך געמאכט געווארן פאר חוטאים, אזוי אויך דורך דער געהארכזאמקייט פון דעם איינעם (יהושע/ישוע) וועלן א סך געמאכט ווערן פאר צדיקים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 5:19
10 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום ה׳ האט אלעמען איינגעשלאסן אין דער אומגעהארכזאמקייט, כדי ער זאל זיין רחמנותדיק צו אלעמען.


דערפאר, אזויווי דורך איין מענטשן איז די זינד געקומען אין דער וועלט אריין, און דורך דער (איינגעבוירן חטא קדמון) זינד דער טויט, און אזוי איז דער טויט דורכגעדרונגען צו אלע מענטשן, ווייל אלע האבן געזינדיקט;


אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע!


דעריבער, אזויווי דורך איין עבירה איז געקומען די פאראורטיילונג אויף אלע מענטשן, אזוי אויך דורך איין טאט פון צדקות, איז געקומען די גערעכטפערטיקונג פון לעבן צו אלע מענטשן.


ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).


צום לויב פון דעם כבוד פון זיין חסד, מיט וועלכן ער האט אונדז באגנעדיקט אין זיין געליבטן זון;


און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ