5 אבער דעם, וואס ארבעט נישט, נאר גלויבט אין אים, וואס מאכט גערעכט דעם רשע, ווערט זיין אמונה אים פאררעכנט צו גערעכטיקייט.
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.
באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט.
ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳,
די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;
נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען אונדזער האר,
ווייל וואס זאגן די כתבי (הקודש)? אברהם האט געגלויבט ה׳ און דאס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.)
דוד רעדט אויך אזוי איבער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה׳ פאררעכנט גערעכטיקייט אָן (פארלאזן זיך אויף) מעשים (טובים):
און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה;