21 און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט.
און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך.
ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז,
ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳.
און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳).
ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.
איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה.
ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות,
און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים;
צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.
זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד.
רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצוועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל.