15 ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה.
אויב איך וואלט נישט געקומען און גערעדט צו זיי, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי נישט קיין אנטשולדיקונג פאר זייער זינד.
דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.
ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן, ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)
ווארום ביז דער תורה איז די זינד שוין געווען אין דער וועלט, אבער עבירה ווערט נישט פאררעכנט, ווען עס איז נישטא קיין געזעץ.
דער גיפטיקער ביס פונם טויט איז די זינד; און דער כוח פון דער זינד איז די געזעץ;
ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)
וואס זשע איז די געזעץ? זי איז צוגעלייגט געווארן צוליב די זינד, ביז דער זאמען וועט קומען, אויף וועמען די הבטחה באציט זיך; זי (די געזעץ) איז פארארדנט געווארן דורך מלאכים אין דער האנט פון א פארמיטלער.
זאל אייך קיינער נישט פארפירן מיט פוסטע רייד; ווארום דורך די דאזיקע קומט ה׳ס צארן אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט.
צוליב וועלכע דער גרימצארן פון ה׳ קומט אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט;
יעדער איינער, וועלכער טוט זינד, איז עובר די תורה; און זינד איז דאס עובר זיין אויף דער תורה.
און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן.