Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 4:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 4:11
46 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!


און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים.


יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם;


ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת.


דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.


ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.


האבן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אברהמס זאמען, און זענען קיינמאל נישט געווען פארשקלאפט צו קיינעם; וויאזוי זשע זאגסטו: איר וועט ווערן פריי?


ווארום דער פסוק זאגט: יעדער, וואס גלויבט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאנד. (ישעיהו כח, טז.)


ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט.


אבער די צדקות פון אמונה זאגט אזוי: זאג נישט אין דיין הארצן, ווער וועט ארויפגיין אין הימל אריין? דאס הייסט, אראפצוברענגען משיחן,


די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;


כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען.


ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה.


וויאזוי זשע איז עס אים פאררעכנט געווארן? זייענדיק געמלט, אדער איידער ער האט זיך מל געווען? ניין, נישט ווען ער איז שוין געווען געמלט, נאר ווען ער איז נאך געווען אין ערלה;


וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה;


ווי עס שטייט געשריבן: אָט לייג איך אין ציון אן אבן נגף און א פעלדזן פון שטרויכלונג; און יעדער, וואס וועט גלויבן אין אים, וועט נישט פארשעמט ווערן. (ישעיהו ח, יד; כח, טז.) (לויטן תרגום השבעים.)


אבער דאס באטייט נישט, אז ה׳ס ווארט איז צונישט געווארן. ווארום נישט אלע זענען ישראל, וואס זענען פון ישראל;


וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.


דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)


און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.


דעריבער זאלט איר וויסן זיין, אז די, וועלכע זענען פון אמונה, זענען בני אברהם.


ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפענונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה.


און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳.


אין וועמען אויך איר, האבנדיק געהערט דאס ווארט פון אמת—די גוטע בשורה פון אייער ישועה—אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פארחתמעט געווארן דורך דעם גייסט פון דער הבטחה—דעם רוח הקודש,


און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.


און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה;


דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.


שמעון פעטרוס, א קנעכט און שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די, וועלכע האבן מקבל געווען די זעלביקע טייערע אמונה, ווי מיר, אין דער צדקות פון אונדזער ג‑ט און פון דעם גואל יהושע/ישוע המשיח:


און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ