Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 3:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 3:9
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.


ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט;


ווארום ה׳ האט אלעמען איינגעשלאסן אין דער אומגעהארכזאמקייט, כדי ער זאל זיין רחמנותדיק צו אלעמען.


וואס דען? וואס ישראל זוכט, דאס האט ער נישט דערגרייכט, אבער די אויסדערוויילטע האבן עס יא דערגרייכט, און די איבריקע זענען פארהארטעוועט געווארן;


דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;


דעריבער, וואס פאר א מעלה האט דער ייד, אדער וואס איז דער נוצן פון דער מילה?


מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;


אויב אבער אונדזער רשעות ווייזט אויף די צדקות פון ה׳, וואס וועלן מיר זאגן? אז ה׳ איז אומגערעכט, ברענגענדיק צארן? איך רעד ווי א מענטש.


דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום!


ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.


וואס זשע איז עס דען וואס איך זאג? אז א קרבן צו אן אפג‑ט איז עפעס? אדער אז דער אפג‑ט (אליין) איז עפעס?


ווי זשע זאל עס זיין? איך וועל תפילה טאן מיט דעם גייסט, און וועל אויך תפילה טאן מיטן שכל; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט, און וועל אויך זינגען מיטן פארשטאנד.


ווארום ווער מאכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואס (אזוינס) האסטו, וועלכעס דו האסט נישט באקומען? אויב אבער דו האסט (עס שוין יא) באקומען, וואס בארימסטו זיך, ווי דו וואלסט עס נישט מקבל געווען?


ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)


דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)


דעריבער וואס? נאר על כל פנים, צי אלס אן אויסרייד אדער באמת, משיח ווערט אויסגערופן: און אין דעם דאזיקן פריי איך מיך, און וועל מיך נאך פרייען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ