Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 3:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 3:31
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה.


נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.


איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין.


מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.


ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה!


ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט.


א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי-מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה;


חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.)


חס ושלום! ווייל אויב אזוי, ווי וואלט ה׳ געקענט משפטן די וועלט?


ווארום אויב נאר די געזעץ לייט זענען יורשים, דאן האט די אמונה פארלוירן די ווערט און די הבטחה איז בטל;


ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳;


געלויבט זיי ה׳, דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. אזוי ארום דין איך אליין מיטן פארשטאנד די תורה פון ה׳, אבער מיטן גוף דעם געזעץ פון זינד.


כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט.


צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה.


ווארום איך בין געשטארבן צו דער געזעץ דורך דער תורה, כדי איך זאל לעבן פאר ה׳.


איך בין נישט מבטל דעם חסד פון ה׳; ווארום אויב גערעכטפערטיקונג (איז) דורך דער געזעץ, דאן איז משיח געשטארבן אומזיסט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ