30 ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה.
דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה?
און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה?
די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;
ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה.
צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער—
צי איז דען די דאזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמלטן אליין אדער אויך פאר דעם נישט געמלטן? ווארום מיר זאגן דאך, אז אברהמען איז דער גלויבן פאררעכנט געווארן אלס גערעכטיקייט.
דער פארמיטלער אבער איז נישט פון איינעם; ה׳ אבער איז איינער.
עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.
און ווייל דער פסוק האט פארויסגעזען, אז ה׳ וועט גערעכטפערטיקן די אומות (העולם) דורך אמונה, האט ער פארויס אנגעזאגט די בשורה צו אברהמען: אין דיר וועלן געבענטשט ווערן אלע פעלקער. (בראשית יח, יח; יב, ג.)
ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.
ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;
ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע,