29 צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם;
איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע.
גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,
און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט: אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים;
און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.
איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך,
דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך.
ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים;
צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.
כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.
אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,
וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.