Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 3:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 3:23
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


ווארום ה׳ האט אלעמען איינגעשלאסן אין דער אומגעהארכזאמקייט, כדי ער זאל זיין רחמנותדיק צו אלעמען.


מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;


דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד;


דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳.


דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)


האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד.


צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק.


נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין.


די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ