10 אזוי ווי עס שטייט געשריבן: עס איז נישט פאראן קיין צדיק, קיין איינער נישט;
מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.
און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין!
ווי עס שטייט געשריבן: ה׳ האט זיי געגעבן א גייסט פון טיפן שלאף, אויגן, נישט צום זען, און אויערן, נישט צום הערן, ביז צום היינטיקן טאג. (ישעיהו כט, י; דברים כט, ג.)
עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳;
ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳;
חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.)
ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע.
דערפאר שטייט געשריבן; הייליק זאלט איר זיין, ווייל איך בין הייליק. (ויקרא יא, מד.)
די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!
אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.