ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש,
ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה?
און די גרויסע שטאט איז (צעריסן) געווארן אויף דריי חלקים, און די שטעט פון די אומות (העולם) זענען איינגעפאלן; און בבל די גרויסע איז געדענקט געווארן פאר ה׳, אז ער זאל איר געבן דעם בעכער פון צארנוויין פון זיין גרימצארן.