Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 2:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 2:3
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?


אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?


ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך?


און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט!


פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט.


וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.


דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;


און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן.


אבער, מענטש, ווער ביסטו, וואס האסט א טענה קעגן ה׳? וועט דען א געמאכטע זאך זאגן צו דעם בעל מלאכה: פארוואס האסטו מיך אזוי געמאכט? (ישעיהו מה, ט.)


בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען.


היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,


וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ