27 און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה?
נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.
און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם.
די ליבע טוט דעם נאנטן קיין שום שלעכטס נישט; דעריבער איז די ליבע די דערפילונג פון דער תורה.
זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק;
א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי-מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה;
ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה.
דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה?
נאר א ייד איז דער, וואס איז אינערלעך אזעלכער, און מילה איז אינם הארצן לויטן גייסט, נישט לויט דעם אות, וועמעס לויב איז נישט פון מענטשן, נאר פון ה׳.
ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה.
כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט.
די מילה איז גארנישט, און די ערלה איז גארנישט; נאר דאס אפהיטן די מצוות פון ה׳.
וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.
ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.)
צוליב דעם זאלט איר געדענקען, אז אמאל זענט איר געווען אומות (העולם) אינם פלייש, וואס זענען גערופן געווארן ערלים פון די, וואס הייסן נמולים—א מילה אינם פלייש, א מיט הענט געמאכטע—
און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.
דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזען איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט.