22 דו, וואס זאגסט, מען זאל נישט מזנה זיין, ביסטו מזנה! דו פאראומווירדיקסט די געצן, בארויבסטו דעם געצן טעמפל?
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: א בייז און נואפדיק דור באגערט א צייכן, און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה הנביא.
א בייז און נואפדיק דור פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן, אחוץ דאס צייכן פון יונה. און ער האט זיי איבערגעלאזט, און איז אוועקגעגאנגען.
און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.)
ווארום איר האט אהערגעברענגט די דאזיקע מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין טעמפל רויבער, נישט קיין לעסטערער פון אונדזער ג‑טין.
זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.