12 ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה;
דאך זאג איך אייך, עס וועט זיין גרינגער פאר צור און צידון אין טאג פון משפט, ווי פאר אייך!
דאך זאג איך אייך, אז עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום אינם טאג פון משפט, ווי פאר דיר!
האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר.
דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;
וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.
ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה.
ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש;
צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה.
ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)
דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)
ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם.