27 צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.
אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.
כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳,
און צו ג‑ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן!
אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.
וואס נאר ער אליין האט אומשטארבלעכקייט, און וואוינט אין א ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין מענטש האט נישט געזען און קען נישט זען; כבוד צו אים און די אייביקע מאכט, אמן.
דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
לאמיר דעריבער תמיד מקריב זיין דורך אים א קרבן פון לויב צו ה׳, דאס הייסט די פירות פון ליפן, וואס זענען מתוודה צו זיין נאמען.
זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.
נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.
דעם איינציקן ג‑ט אונדזער רעטער, דורך יהושע/ישוע המשיחן דעם האר אונדזערן, זאל זיין כבוד, הערלעכקייט, קראפט און מאכט, פאר יעדער אייביקייט, און איצט, און אויף אלע אייביקייטן. אמן.