10 גיט אפ שלום אפעלעסן, דעם אויסגעפרואווטן (מאמין) אינם משיח. גיט אפ שלום דעם הויזגעזינד פון אריסטאבולוס.
ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן.
גיט אפ שלום פריסקאן און אקווילאן, מיינע מיטארבעטער אינם משיח יהושע/ישוע,
גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר.
און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך.
ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך.
איך קען א מענטשן אין דעם משיח, וואס פאר פערצן יאר—צי אינם גוף, ווייס איך נישט, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— איז דער זעלביקער ארויפגענומען געווארן ביז צום דריטן הימל;
ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם.
דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!
און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך.
און איך בין אבער געווען אומבאקאנט פנים אל פנים צו די קהלות אין יהודה, וועלכע זענען אינם משיח;
איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה.
און זאלן די דאזיקע קודם כל ווערן אויסגעפרובירט; שפעטער זאלן זיי דינען ווי שמשים, אויב זיי זענען אָן א פעלער.
גיב אפ שלום פריסקאן און אקווילאן און די (בני) בית פון אנעסיפארוס.
כדי די אויספרובירונג פון אייער אמונה זאל געפונען ווערן פיל מער ווערט ווי גאלד, וואס פארגייט, הגם עס ווערט אויסגעפרובירט דורך פייער, פאר א לויב און הערלעכקייט און כבוד ביי דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;