6 כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.
און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן אלע צוזאמען אויפגעהויבן זייער קול צו ה׳, און געזאגט: אָ האר, דו ביסט עס, וואס האט באשאפן דעם הימל און די ערד און דעם ים, און אלץ, וואס איז אין זיי;
און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.
געלויבט איז דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג‑ט פון יעדער נחמה;
דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר.
אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים;
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וואס האט אונדז געבענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער ברכה אין די הימלישע ערטער אינם משיח;
מיר דאנקען ג‑ט דעם פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, און זענען תמיד מתפלל פאר אייך,
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,
און אונדז געמאכט פאר א קעניגרייך, כהנים צו ה׳ און זיין פאטער; צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאכט לעלמי עולמים. אמן.