23 אבער איצט, שוין נישט האבנדיק קיין ארט אין די דאזיקע מקומות און לעכצנדיק יארנלאנג צו קומען צו אייך,
און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.
און איך ווייס, אז קומענדיק צו אייך, וועל איך קומען מיט דער פולקייט פון משיחס ברכה.
כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך.
ביינאכט און בייטאג טאן מיר זייער פיל מתפלל זיין, אז מיר זאלן זען אייער פנים און פארפאלקאמענען דאס, וואס פעלט (נאך) אין אייער אמונה.
איך בענק דיך צו זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כדי איך זאל אנגעפילט ווערן מיט שמחה,